Lev Leyeled: Reb Shlomo Zalman Gross | לב לילד - הרב שלמה זלמן גראס. מנהל רוחני - סאטמאר מאנסי

  Рет қаралды 4,195

shiezoli

shiezoli

Күн бұрын

Пікірлер: 8
@chaim3904
@chaim3904 Жыл бұрын
If anyone knows about a organization that helps girls in such a situation my teenage daughter was taken away from me by her mother now she doesn't live with her mother anymore she has social anxiety how can I help my daughter
@morehn
@morehn 11 ай бұрын
There are many but depends on her situation
@Yoel-Roth
@Yoel-Roth Жыл бұрын
אביסל שכל ווי אזוי צו גיין צווישן די טראפן: בעזרת ה' יתברך יום ג' פרשת שלח, כ"ב סיון, שנת תשפ"ב לפרט קטן לכבוד ... נרו יאיר איך האב ערהאלטן דיין בריוו. אז דיין ווייב סטראשעט דיר, זי גייט נישט וכו' - זאלסטו איר איבערבעטן און איר געבן גערעכט, אזוי וועט זי גיין וכו'; טו אלעס אין די וועלט אז דיין ווייב זאל זיין מיט דיר וכו'. מען דארף בעטן דעם אייבערשטן ביי די ברכה פון אתה חונן לאדם דעת אז מען זאל באקומען אביסל שכל און וויסן ווי אזוי צו קענען גיין צווישן די טראפן; נישט אלעס וואס די ווייב זאגט דארף מען טון, אבער מיט שכל דארף מען פארשטיין אז מען דארף זיך מיט איר נישט טענה'ען; מען געבט איר גערעכט און מען טוט וואס מען האט צו טון. מען דארף אסאך בעטן דעם אייבערשטן מען זאל וויסן ווי אזוי צו קענען אריבערגיין די וועלט אן זיך קריגן און אן ווערן גענארט פון די וועלט. דער רבי האט אונז געלערנט א וויכטיגע זאך; נישט געווען א שיעור וואס מוהרא"ש זאל דאס נישט איבער'חזר'ן פאר אונז, דער הייליגער רבי זאגט (שיחות הר"ן, סימן נא): "אֶת זֶה תְּקַבְּלוּ מִמֶּנִּי, שֶׁלֹא יַטְעֶה אֶתְכֶם הָעוֹלָם", דאס זאלט איר מקבל זיין פון מיר, די וועלט נארט אייך, לאזט אייך נישט נארן; עס קומט די מינוט וואס מען רופט צוריק דעם מענטש, מען נעמט דעם מענטש מען לייגט אים אריין אין א גריבל און מען באדעקט אים מיט ערד, די משפחה גייט אהיים און מען בארואיגט זיך, די ווייב האט חתונה מיט א צווייטן, די קינדער הויבן אן לעבן ווייטער זייער לעבן און קיינעם אין די וועלט פאלט נישט ביי וואס די נשמה הויבט יעצט אן אריבערצוגיין, וואס פאר א שרעקליכע פיין און ליידן זי גייט אריבער; מען נעמט אפיר דעם מענטש, דארט איז נישט אינטערעסאנט ווער איז דער ממלא מקום וכו', דארט איז נישט אינטערעסאנט ווער האט מער מענטשן, ווער איז דער חד בדרא, דארט איז אינטערעסאנט נאר די פרקים משניות און דפים גמרא, דארט איז חשוב יעדע ווארט וואס מען האט גערעדט צום אייבערשטן, דארט איז חשוב דער וואס האט ליב געהאט א צווייטן איד, גערעדט שיין צו א צווייטן, ווער עס האט מחנך געווען זיין שטוב מיט שלום, מיט תורה און מיט קדושה. איך וועל דיר נישט ענטפערן אויף דיינע אנדערע פראגעס, ווייל וואס האט דאס מיט דיר און וואס האט דאס מיט מיר? עס איז מיר נישט אינטערעסאנט צו רעדן פון דעם און פון יענעם; איך בין זייער פארנומען, איך האב קוים צייט צו ליינען בריוו, ווער רעדט נאך פון ענטפערן; איך האב דיר נאר געענטפערט ווייל ביי מוהרא"ש איז געווען דער ענין פון שלום בית פאר אלעס, און אז דו שרייבסט מיר דיין ווייב וויל נישט גיין וכו', זי וויל נישט האבן מיט דיר וכו', זי סטראשעט דיר וכו' - זאלסטו חס ושלום נישט מאכן קיין עסק אין שטוב פון די זאך. געדענק: "מיט א ווייב קריגט מען זיך נישט!" די ווערטער קלינגען מיר אין די אויערן, די ווערטער האב איך געהערט ביי מוהרא"ש הונדערטער מאל: "מיט א ווייב קריגט מען זיך נישט", "מיט א ווייב טענה'עט מען נישט", "מיט א ווייב גייט מען נישט אין ויכוחים". איך האף דו וועסט ארויסנעמען פונעם בריוו רמזים ווי אזוי צו קענען גיין צווישן די טראפן. דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.
@R.YoelRoth
@R.YoelRoth Жыл бұрын
דער וואס רעדט דיך צו זיך אפצוטיילן, קען דאס אליינס מקיים זיין: בעזרת ה' יתברך יום ד' בהר, י"ז אייר, ל"ב לעומר, שנת תשפ"ב לפרט קטן לכבוד מיין טייערער ... נרו יאיר הער נישט אויס די וואס רעדן צו דיר פון זיך אפטיילן חס ושלום פון דיין ווייב, דער וואס רעדט פון זיך אפטיילן - קען דאס אליינס מקיים זיין, אויב האט ער א ווייב. נאר דער סמ"ך מ"ם רעדט צו זיך צו צעטיילן, צעברעכן משפחות, זיין זאך איז המשל ופירוד, ביי די קדושה איז נאר דא שלום, דעם אייבערשטנ'ס נאמען איז שלום (שבת י.), "ה' יְבָרֵךְ אֶת עַמּוֹ בַשָּׁלוֹם" (תהלים כט, יא). דו זאלסט פאלגן דעם רבי'ן, דער רבי זאגט (שיחות הר"ן, סימן רסד) מיר דארפן מכבד זיין די ווייב, איר האלטן טייער, רעדן מיט דרך ארץ, בלאז אריין האפענונג אין איר, וועט זי ווערן שטארק, וועט זי האבן כח פאר קינדער. בנוגע די מחלוקות וואס דו גייסט אריבער יעצט צוליב ברסלב; מאך זיך א חשבון, וואס האסטו באקומען אין די האלבע יאר ביים רבי'ן און וואס האסטו באקומען צוואנציג יאר - אדער מער - ביי דיין וכו'? וואלסט געקענט אויסלעבן דיין לעבן דארט אן ענדיגן איין מאל חמשה חומשי תורה, ששה סדרי משנה, בבלי וכו', און אן די אלע גוטע זאכן; נאכן זיך מאכן א חשבון מיין איך איז מער נישטא קיין בחירה.
@R.YoelRoth
@R.YoelRoth Жыл бұрын
שטארקט אייך מחנך צו זיין די קינדער אליין: בעזרת ה' יתברך יום ד' פרשת במדבר, כ"ו אייר, שנת תש"פ לפרט קטן מרת ... תחי'. איך האב ערהאלטן אייער בריוו. איך בעט אייך זייער שטארק, איר זאלט זיך שטארקן מיט אלע כוחות ווייטער אנצוגיין מיט אייער לעבן; אמת עס איז זייער שווער פאר אייך אין אייער מצב ווען איר זענט אליין, איר דארפט אליינס מחנך זיין די קינדער, נאכדעם וואס איר זענט צעטיילט פון אייער מאן. די גאנצע לאסט פון חינוך הבנים והבנות ליגט אויף אייך, וואס אפילו אין א געהעריגע פאל ווען מען איז צוזאמען מאן און ווייב קען מען זיך נישט אן עצה געבן מיט די קינדער, אידישע מאמעס פאלן פון די כוחות פון אויפציען די קינדער, ווער רעדט נאך ווען די קינדער ווערן גרויס און זיי הייבן אן שפירן ווי זיי זענען שוין דערוואקסן וכו' - איז זייער שווער מיט זיי, און אודאי אין אייער פאל ווען איר אליין דארפט זיי אויפציען מיט אזויפיל מי און פלאג; זאלט איר זיך שטארקן מיט אמונה. ווען מען נעמט אריין דעם אייבערשטן אינעם בילד איז אלעס אסאך גרינגער; ווען מען באשולדיגט זיך נישט, מען ווייסט אז אלעס אלעס איז דער אייבערשטער, 'אלעס וואס איך לייד, מיינע אלע ווייטאגן קומט מיט א חשבון' - דעמאלט איז גרינגער דאס לעבן. אזוי ווי דער מענטש וואס גייט צום דאקטער און דער דאקטער שניידט אים, ער אפערירט אים; ווילאנג דער מענטש ווייסט אז 'דאס איז מיין טובה; מיט'ן שניידן היילט מען מיר, מיט'ן שטעכן וועט מיר בעסער ווערן', געבט דאס אים כח זיך צו קענען שטארקן און נישט ברוגז ווערן אויפ'ן דאקטער; אזוי און נאך אסאך מער איז ווען מען לעבט מיט אמונה, מען שפירט ווי מען ליגט אין די הענט פונעם אייבערשטן, מען געדענקט שטענדיג 'אין עוד מלבדו, עס איז גארנישט דא אויסער דעם אייבערשטן, דער אייבערשטער געבט לעבן און ער מאכט אלעס' - דעמאלט איז גרינגער דאס לעבן. ווען אייערע קינדער זענען אין חדר און אין סקול זאלט איר אביסל וויינען צום אייבערשטן; וויינטס צו אים אזוי ווי איר וויינט אינעם בריוו וואס איר שרייבט מיר, זאגטס פאר'ן אייבערשטן: "אייבערשטער איך דארף אביסל כח פון דיר, אייבערשטער איך האב נישט קיין מאן וואס זאל מיך שטארקן; אייבערשטער, אלע אידישע מאמעס וואס פאלן פון די כוחות האבן זייער מאן וואס שטארקט זיי; נאך א גאנצן טאג ארבעטן קומט דער מאן אהיים, ער רעדט שיין, ער שמייכלט און ער געבט ליבשאפט, דאס געבט כח פאר אידישע מאמעס; אייבערשטער איך האב דאס נישט, איך בין אליין, איך שפיר ווי איך קען נישט מער, איך ארבעט אזוי שווער צו ברענגען פרנסה, איך ארבעט אזוי שווער צו האלטן מיינע קינדער ערליך. די קינדער רעדן נישט שיין צו מיר, זיי זענען נעבעך צעבראכן פון די פרשה, זיי פאלגן מיר נישט; העלף מיר אייבערשטער, געב מיר א שמייכל, געב מיר ליבשאפט און געב מיר שטארקייט איך זאל האבן כח ווייטער זיי מחנך צו זיין". יעדע תפילה גייט ארויף צום אייבערשטן, בפרט א תפילה פון א צעבראכענע הארץ - דאס איז זייער חשוב ביים אייבערשטן; דער אייבערשטער הערט אויס יעדן איינעמס תפילות, בפרט תפילות פון צעבראכענע הערצער. דער אייבערשטער זאל רחמנות האבן אויף אייך, איר זאלט האבן כח ווייטער אויפצוציען אייערע קינדער און זען אסאך נחת פון זיי.
@israelgoldstein6781
@israelgoldstein6781 Жыл бұрын
U r against divorce because if they are not happy u crap around them u r againts therapie because u r afraid what people are suffering around the torah allowe divorce and help you dont
@shaunboden
@shaunboden Жыл бұрын
Slomo Zalman is basically Solomon Solomon.
REAL or FAKE? #beatbox #tiktok
01:03
BeatboxJCOP
Рет қаралды 18 МЛН
Chain Game Strong ⛓️
00:21
Anwar Jibawi
Рет қаралды 41 МЛН
Sigma Kid Mistake #funny #sigma
00:17
CRAZY GREAPA
Рет қаралды 30 МЛН
מאטי אילאוויטש - לב לילד | Motty Ilowitz - Lev Layeled, live performance
26:00
Motty Ilowitz מאטי אילאוויטש
Рет қаралды 14 М.