Heiligeh Hakufos - הייליגע הקפות | DJ Ancii & @AriSamet

  Рет қаралды 19,646

Dj Ancii

Dj Ancii

Күн бұрын

אין עוד מלבדו אפס זולתו
……
יעדער זאל וויסן
די גאנצע וועלט זאל שמיסן
אז דו ביסט דער איינציגסטער גט
יעדער זאל וויסן
די גאנצע וועלט זאל שמיסן
אז אלעס איז איינס אחד
סוועט קומען א צייט וואס יעדער וועט וויסן
אז די ביסט דער איינציגסטער גט
סוועט קומען א צייט מוועט וויסן און פארשטיין
אז אלעס איז דער אייבישטער אליין
….
עוֹזֵר דַּלִּים, הוֹשִׁיעָה נָּא
,פּוֹדֶה וּמַצִּיל, הַצְלִיחָה נָא
צוּר עוֹלָמִים, עֲנֵנוּ
בְּיוֹם קָרְאֵנוּ
……
זאג נאר האסט שוין געהאט א עליה היינט?
כל מי שלא ראה
דער וואס נישט דא
שמחות תורה מיטן קרא
קומט אראפ השפעה
טאנצן גיטע הקפות
תפילין וטוטפות
ריק ארויף נפץ
די צייט נישט פארשלאפ עס
העפי מיטן תורה
כי טוב סכרה מכל סחורה
אינז האמער במסורה
זיך צויאטשקענען לכורה
עליה שוין געהאט
די ליין איז זייער ווייט
א כהן שטיי אין זייט
ליין מיר פאר שטייט
….
א שדכן קומט אנטראגן
זעט א איד זיך יאגן
א שליח פון באשעפער
דו תורה וויסטו עפשער
די שידוך ווערט געשלאסן
פאסוג ווי געגאסן
א חתנה זיך גרייטן
סקומט גוטע צייטן
חופה איז געווען שוין פריער
ואין לנו לנו שעור
צום צווייטן טאנץ מאיז שוין גרייט
יעדער דא איז דא מיט פרייד
לאמיר טאנצן לאמיר זינגען
פון דעים אלטן ביזן אינגן
פריילעך זענען אלע
פאר די חתן כלה
מיר נעמען אן די עול תורה
נאר צו דינען דעים גרויסן בורה
מיט שמחה מיט פרייד טאנצן אזוי
שלא שלא עשנו גוי
…..
קינדערלעך, איר זענט דאך אזוי הארציג און שיין
מיין ליבשאפט ווי קענט איר פארשטיין
איך קען אייך נישט פארגעסן וואו איר זאלט נאר זיין
פון מיר קענט איר קיינמאל אוועקגיין
.ווייל איר זענט מיינע קינדערלעך
קינדערלעך, ווי שיין איז דיין אידישע חן
דיין נשמה איז הייליג און ריין
די גאנצע וועלט, די הימלען די שטערן
.אלע ווילן די תורה הערן פון אידישע קינדערלעך
ווי וואול איז פאר א אידיש קינד
עפען דיין הארץ געשווינד
די תורה לערן
אין הימל וויל מען הערן
פון דיר וועט נאך א צדיק ווערן
……
דו קענסט דו קענסט, איך זאג דיר אז דו קענסט
אפילו ס'איז שווער און דו וויינסט
דו קענסט דו קענסט, איך זאג דיר אז דו קענסט
ווייל דו ביסט אסאך שטערקער ווי דו מיינסט
דו קענסט דו קענסט, דו ווייסט אז דו קענסט
פון יעדן שווערן קלעם זיך זעהן ארויס
דו קענסט, דו קענסט, דו ווייסט אליין דו קענסט
שטארק דיין הארץ און שריי נאר הויעך אויס
איך ווייס אז איך קען!
Produced written and sung by Ari Samet
music by DJ Ancii
mixed and mastered by Menachem Freidman

Пікірлер: 30
@mottyatias
@mottyatias Жыл бұрын
מנחם פרידמאן דיין אור איז גרויס, ארי הערליכע ווערטער אין שיין געזינגען. שכוח פארן אריין לייגן א ניגון פין מיכאל ע"ה ❤
@Shlomyaltman
@Shlomyaltman Жыл бұрын
The beautiful parts are beautiful, the sick parts are sick till the end, your abilities are unstoppable, you are the king of Jewish music!!!!
@Shmuel790
@Shmuel790 Жыл бұрын
Menachem what a mix🔥🔥) hershy the music is fire ) and ari you shock us every time 🎶🎵🎥✨😊
@Tulyleser
@Tulyleser Жыл бұрын
הייליג🔥🔥🔥
@רוןמור
@רוןמור Жыл бұрын
יפה מאד אין על ארי בעולם❤❤❤
@Aharon-David
@Aharon-David Жыл бұрын
סאי'ז גוט!
@mottyr1
@mottyr1 Жыл бұрын
Okay whatever you say נעשה ונשמע 😂
@sbe56
@sbe56 Жыл бұрын
Ari!!!!❤❤❤
@David-pollack
@David-pollack Жыл бұрын
What a legend Menachem!!!! The Growing beautiful flower 🌼 🌸
@Kretchmah
@Kretchmah Жыл бұрын
🔥🔥🔥🔥🔥🔥 Wow amazing job I love it
@YitziKin
@YitziKin Жыл бұрын
Amazing ari. Keep it up.🔥
@Atbashhh
@Atbashhh Жыл бұрын
Soon There won’t be any animals left in cages. Ancii!!
@anchykatz2268
@anchykatz2268 Жыл бұрын
Explain
@Shlomyaltman
@Shlomyaltman Жыл бұрын
Explain please
@ezzy-k3s
@ezzy-k3s Жыл бұрын
🔥🔥❤️‍🔥❤️‍🔥❤️‍🔥❤️‍🔥❤❤❤
@zachlandau3684
@zachlandau3684 Жыл бұрын
Sick
@jewsandmusica
@jewsandmusica Жыл бұрын
Funny that we made a video on the soundtrack when you first made it 🤣
@ProudHasid
@ProudHasid Жыл бұрын
First🔥🔥🔥
@Moshe-e1w
@Moshe-e1w Жыл бұрын
ער האט געוואלדיגע טאלאנט
@Yoel-Roth
@Yoel-Roth Жыл бұрын
"י" בעזרת ה' יתברך - יום ה' פרשת וזאת הברכה, י"ג תשרי, שנת תשפ"ד לפרט קטן לכבוד ... נרו יאיר מיטן אייבערשטנ'ס הילף וועל איך זיין יום טוב סוכות אין ישיבה אין וויליאמסבורג, אויך וועט אם ירצה ה' פארקומען מאנטאג נאכט ביים רבינ'ס יארצייט - א סעודה אין די סוכה פון די ישיבה. מיר בויען די סוכה, מיר גייען ארויס פון דירת קבע און מען גייט אריין אין די דירת עראי; דאס קומט אונז לערנען מען זאל געדענקען אז די גאנצע לעבן איז עראי, מיר זענען דא פאר א קורצע צייט און מיר דארפן זיך אנגרייטן א דירת קבע אויבן אין הימל פאר די נשמה, דורך לערנען און דאווענען. דעריבער בעט איך דיר טייערער ברודער, כאפ זיך צוריק, הויב אן דיינע שיעורים כסדרן בכל חלקי התורה. ענדיג מעביר סדרה זיין פרשת וזאת הברכה, אויך משניות און גמרא; בוי זיך א פעסטע דירה וואס וועט האלטן פאר אייביג פאר דיין נשמה. קויף ד' מינים פאר דיינע זין, זאג נישט עס קאסט אסאך; די גאנצע מטרה פון געלט איז נאר פאר די טעג פון יום טוב פאר מצוות, אינמיטן ווינטער איז נישטא וואס צו טון מיט די געלט; יעצט איז די צייט אויסצוגעבן פאר א סוכה, פאר ברעטער, סכך, נוי סוכה, שלאק און פאר ד' מינים. דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.
@Lazer_Landau_music
@Lazer_Landau_music Жыл бұрын
❤❤❤
@YitzchokGreen-di7ue
@YitzchokGreen-di7ue Жыл бұрын
Ari's mike is terrible mixed but still love it to peaces thanks so much
@Nftsisking
@Nftsisking Жыл бұрын
you can’t even spell mic correctly ur not qualified to say anything about sound ..
@dked-e3o
@dked-e3o Жыл бұрын
Menachem fire
@mr.PaffyCuteCat
@mr.PaffyCuteCat 10 ай бұрын
Lov yun
@mr.PaffyCuteCat
@mr.PaffyCuteCat 10 ай бұрын
Miss u very much chu-car🎉❤ mydaly
@Yoel-Roth
@Yoel-Roth Жыл бұрын
בלייב אין שטעטל און מאך שיינע הקפות: בעזרת ה' יתברך - יום ג' האזינו, ח' תשרי, שנת תשפ"ב לפרט קטן לכבוד מיין טייערער ... נרו יאיר, קרית ברסלב געב איבער פאר די משפחות אין שטעטל, קיינער דארף נישט קומען קיין וויליאמסבורג צו מיר אויף שמחת תורה. מיר זענען ברסלב'ער חסידים, מיר דארפן פארן איינמאל א יאר צו אונזער רבי קיין אומאן אויף ראש השנה, מער פון דעם דארף מען נישט; געלויבט דעם אייבערשטן אלע האבן זיך אנגעשטרענגט און געפארן קיין אומאן, מיר האבן זוכה געווען צו טון דעם רבינ'ס ווילן, דער רבי איז אונז אלע מתקן. איך ווייס נישט ווער עס מאכט די ווינט אז אלע דארפן קומען אויף שמחת תורה, געב איבער פאר אלעמען אז יעדער זאל טון וואס איז אים באקוועם, וואס איז אים גוט. און דיר בעט איך באזונדער, בלייב אין שטעטל, מאך שיינע הקפות. זינג און טאנץ מיט אנשי שלומינו, מאך נאך די שיינע הקפות פון ישיבה וואס דו האסט בייגעוואוינט אלע יארן, מאך עס נאך אין שטעטל. געדענקסט אוודאי וואס איך טו מיט די קינדער צווישן די הקפות, ווי איך זינג מיט זיי, איך רעד צו זיי און טאנץ מיט זיי. חתימה טובה.
@mr.PaffyCuteCat
@mr.PaffyCuteCat 10 ай бұрын
😂
@Yoel-Roth
@Yoel-Roth Жыл бұрын
.,' די גרויסע שמחה וואס דער רבי האט געהאט פונעם אתרוג..... קינדער, סיפורי צדיקים, סוכות בעזרת ה' יתברך יום א' פרשת נצבים, כ"א אלול, שנת תשפ"א לפרט קטן לכבוד ... נרו יאיר לייג אריין אין די קונטרס עצתו אמונה פאר קינדער יום טוב סוכות די מעשה וואס האט פאסירט ביים רבי'ן יום טוב סוכות שנת תק"ע, ווען עס איז נישט געווען קיין אתרוגים, און ווען מען האט געברענגט אן אתרוג פאר'ן רבי'ן האט דער רבי געהייסן ברענגען מוזיק, דער רבי האט נישט געשפירט פאר דריי טעג די ווייטאג פון זיין מחלה (שיחות הר"ן, סימן קכה). מאך א בילד ווי דער רבי האלט א שיינע גרויסע אתרוג און ביי די זייט שטייען דריי מענטשן מיט פייפערס, און די אנדערע זייט טאנצן צוויי מענטשן, ווי זיי כאפן זיך אן ביי די אקסלען. אז דער בילד איז גוט און אינטערעסאנט - געדענקען די קינדער די מעשה פאר לאנגע יארן. דא האסטו די מעשה געשריבן פאר קינדער: מִיר דַארְפְן זִיךְ זֵייעֶר פְרֵייעֶן אַז מִיר זֶענֶען זוֹכֶה צוּ מְקַיֵים זַיין דִי מִצְוָה פוּן ד' מִינִים, מִיר הָאבְּן אַן אֶתְרוֹג, אַ לוּלָב, הֲדַסִּים אוּן עֲרָבוֹת; מִיר דַארְפְן טַאנְצְן פַאר שִׂמְחָה אַז מִיר קֶענֶען מְקַיֵים זַיין דֶעם וִוילְן פוּנֶעם אֵייבֶּערְשְׁטְן. קִינְדֶער, וֶוער וִויל הֶערְן וָואס דֶער רֶבִּי הָאט גֶעטוּן וֶוען עֶר הָאט בַּאקוּמֶען אַן אֶתְרוֹג דִי יָאר וָואס אִיז נִישְׁט גֶעוֶוען קַיין אֶתְרוֹגִים? קִינְדֶער אִיר זֶענְט גְרֵייט? דֶער הֵיילִיגֶער רֶבִּי הָאט זִיךְ זֵייעֶר נִישְׁט גוּט גֶעשְׁפִּירְט, עֶס אִיז גֶעוֶוען שְׁנַת תק"ע, אַ יָאר פַאר דֶעם הֵיילִיגְן רֶבִּינְ'ס הִסְתַּלְקוּת, דֶער רֶבִּי אִיז גֶעוֶוען זֵייעֶר נִישְׁט גֶעזוּנְט, דֶער רֶבִּי הָאט גֶעהַאט אַ שְׁרֶעקְלִיכֶע קְרֶענְק אוֹיף דִי לוּנְגֶען הַשֵׁם יִשְׁמְרֵינוּ. יֶענֶע יָאר אִיז נִישְׁט גֶעוֶוען קַיין אֶתְרוֹגִים, אִין דִי גַאנְצֶע גֶעגְנְט אִיז נִישְׁטָא קַיין אֶתְרוֹגִים, דֶער גַאנְצֶער עוֹלָם אִיז גֶעוֶוען זֵייעֶר בַּאזָארְגְט וָואס וֶועט זַיין, עֶס וֶוערְט נֶענְטֶער אוּן נֶענְטֶער צוּם הֵיילִיגְן יוֹם טוֹב סוּכּוֹת אוּן עֶס אִיז נָאכְאַלְץ נִישְׁטָא קַיין אֵיין אֶתְרוֹג אִין דִי גַאנְצֶע גֶעגְנְט; וואוּ מֶען גֵייט הֶערְט מֶען מֶענְטְשְׁן פְרֶעגְן אֵיינֶער דֶעם צְוֵוייטְן: "וָואס וֶועט זַיין? נִישְׁטָא קַיין אֶתְרוֹגִים! אוֹי וֵויי, מִיר וֶועלְן נִישְׁט קֶענֶען מְקַיֵים זַיין דִי מִצְוָה פוּן ד' מִינִים, וָואס וֶועט זַיין?!" אַלֶע הָאבְּן גֶעבֶּעטְן דֶעם אֵייבֶּערְשְׁטְן עֶס זָאל גֶעשֶׁען אַ נֵס עֶס זָאל זַיין אֶתְרוֹגִים, אוּן אַז מֶען בֶּעט דֶעם אֵייבֶּערְשְׁטְן הֶעלְפְט דֶער אֵייבֶּערְשְׁטֶער; עֶס אִיז גֶעשֶׁען אַ נֵס, עֶס אִיז אָנְגֶעקוּמֶען אֶתְרוֹגִים; מֶענְטְשְׁן הָאבְּן זִיךְ אַזוֹי שְׁטַארְק גֶעפְרֵיידְט, מֶען הָאט בַּאצָאלְט אַסַאךְ גֶעלְט צוּ קֶענֶען קוֹיפְן אַן אֶתְרוֹג. אוֹיךְ פַארְ'ן רֶבִּי'ן הָאט מֶען גֶעבְּרֶענְגְט גָאר אַ שֵׁיינֶעם אֶתְרוֹג; דֶער רֶבִּי אִיז גֶעוָוארְן אַזוֹי פְרֵיילִיךְ, דֶער רֶבִּי הָאט גֶעזָאגְט מֶען זָאל בְּרֶענְגֶען מוּזִיק, מֶען הָאט גֶעטַאנְצְט אוּן גֶעשְׁפְּרִינְגֶען פַאר שִׂמְחָה אוֹיף דִי נֵס אַז מֶען הָאט דִי ד' מִינִים. פַאר גַאנְצֶע דְרֵיי טֶעג הָאט דֶער רֶבִּי זִיךְ גוּט גֶעשְׁפִּירְט, עֶר הָאט נִישְׁט גֶעשְׁפִּירְט דִי יְסוּרִים פוּן דִי שְׁרֶעקְלִיכֶע קְרֶענְק; דִי שִׂמְחָה אַז עֶס אִיז דָא אַן אֶתְרוֹג - הָאט אִים גֶעמַאכְט פַארְגֶעסְן אַלֶע יְסוּרִים. דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים. א כתיבה וחתימה טובה, א גוט געבענטשט יאר.
@Shmilivogel
@Shmilivogel Жыл бұрын
🤯🫨🫨😶‍🌫️😶‍🌫️👑
Beatz - Featuring Yoely Greenfeld & DJ Ancii
10:14
Dj Ancii
Рет қаралды 11 М.
Quilt Challenge, No Skills, Just Luck#Funnyfamily #Partygames #Funny
00:32
Family Games Media
Рет қаралды 55 МЛН
How to treat Acne💉
00:31
ISSEI / いっせい
Рет қаралды 108 МЛН
ווען וועסטו בויען מיין סוכה'לע?
7:15
Power On Studios
Рет қаралды 65 М.
Freilach Medley מחרוזת פריילעך
10:12
Ahrele Samet - Topic
Рет қаралды 1,5 М.
Shabbos is tier - DJ ANCII (Beri Weber remix)
5:22
Dj Ancii
Рет қаралды 7 М.
Birchas Habunim
9:38
Michoel Schnitzler
Рет қаралды 96 М.
דברים נפלאים ומתוקים לכבוד הילולת סידנא באבא סאלי זצוק"ל !!! מומלץ ביותר!
17:20
Quilt Challenge, No Skills, Just Luck#Funnyfamily #Partygames #Funny
00:32
Family Games Media
Рет қаралды 55 МЛН