די מעשה מיט ר' נחמן איז א פיינע מעשה 👍 אין 100 יאר ארום וועט מען פארציילן אזא מעשה אויפ'ן בארימטן חוקר ומשכיל יצחק לאווי, אז איינמאל ביים רמב"ם'ס יארצייט האט ער געדארפט געבן א שיעור אין מורה נבוכים, די תלמידים זענען געקומען צום שיעור אבער לאווי קומט נישט אן, איז מען איהם ארומגעגאנגען זוכן האט מען איהם געטראפן פארטיפט אין א נאסטאלגישן שמועס מיט אפאר רעבעזעכיסעלייני אידן, האבן איהם די תלמידים געפרעגט מיט וואונדער, "ווי האסטו בכלל א שפראך מיט די דאזיגע מענטשן?!" האט לאווי זיי געזאגט, "און ווען איך לערן מיט אייך מורה נבוכים און פילאזאפיע פארשטייען מיר זיך דען יא?! גאו געט עי לייף!"